YESHIVA GEDOILAH TORAH VEYIRAH
- {{teams.current.teamName}}
{{region.regionName}}
{{region.regionRaised|currencyRate(region.regionGoalCurrency)}} 
Objectif:
{{region.regionGoal|currency(region.regionGoalCurrency)}}
{{region.regionContact}}
  • {{stage.description}} {{stage.description2}}
YESHIVA GEDOILAH TORAH VEYIRAH

מיט אַ שבח והודי׳ להשי״ת על כל הטוב והחסד, אז די זמן האט זיך ב"ה אנגעהויבן מיט א התעלות, טוען מיר יעצט פראקלאמירן אונזער קאמפיין פאר די הייליגע ישיבה, ווי די חשובע בחורים תלמידי ישיבתינו הק' שטייגן און ווערן נתעלה לשם ולתפארת בדרך המסורה מאבותינו ורבותינו הק', וואס זענען דולה ומשק"ה, הארעווען אין לערנען במשך קרוב צו פופצן שעות אינעם מעת לעת ללא הרף! און על צבאם זענען פארהאן די חשובע מרביצי תורה! וואס לייגן אריין לייב און לעבן ארויסצוברענגען די מעלות פון יעדן בחור, און צו דערהייבן העכער און העכער במעלות רמות, און טאקע ווי די סלאגאן לויטעט להשקו"ת צמאי חסדיך, עלטערן וואס שיקן זייערע קינדער אין ישיבה האבן ניטאמאל די השגה וויפיל אומבאשרייבליכע כוחות מען לייגט אריין אין יעדן בחור באזונדער, עם אויסצושלייפן און דערהייבן, אז ער זאל טאקע זיין דער בחור וואס יעדע טאטע און מאמע וואונטשן זיך אז זייער בחור זאל אויסוואקסן דאס שענסטע און דאס בעסטע.

אבער פארשטייט זיך זעלבסט אז דאס אלעס אהערצושטעלן קאסט אוצרות מיט געלט, ווען נאך אלע הכנסות פון שכר לימוד בלייבט נאך איבער א אומגעהויערע עול אויף די חברי הנהלה צו דעקן, און מדי לילה בלילה טוט מען ארומגיין על פתחי נדיבים וואס רופן זיך אן ווארים פאר די ישיבה פון זייערע קינדער און אייניקלעך.

די יערליכע דעפעציט גרייכט איבער 200 אלפים, און דאס דארף געדעקט ווערן דורך נדבת לבם פון אנשי שלומינו ותומכי ומוקירי תורה, וואס פארשטייען די חשיבות פונעם עתיד הישיבה.

היום תאמצינו! כי מן הבאר ההוא ישק"ו העדרים!

די זכות פון החזקת הישיבה, און זכות מרן רביה"ק זי"ע וועט אוודאי מגין זיין פאר אלע תומכים ומסייעים, בברכת ברוך אשר יקים את דברי התורה הזאת, און זאלן זען אסאך נחת דקדושה ביי די אייגענע קינדער, און געבענטשט ווערן בכל משאלות לבבכם לטובה, לאנגע געזונטע יארן, מיט הרחבת הדעת וסייעתא דשמיא, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צום בנערינו ובזקיננו נלך, לקראת משיח צדקינו.


Donner