ישיבת עמק החכמה, שטארט ארויס מיט איר אייגענארטיגקייט אין פילע הינזיכטן.
די ישיבה איז אויסגעשטעלט פאר בחורים וואס זענען שוין אדורך געגאנגען די יארן אין ישיבה קטנה, און אין ישיבה גדולה, וואס זיי זוכן נישט סתם אדורך צו שטופן די בחור'ישע יארן, און זיי ווילן נישט סתם לאזן די יארן אדורך לויפן פוסט.
די ישיבה איז אהערגעשטעלט אויפן מערסטן לכתחילה'דיגע אופן, מיט א הערליכע ליכטיגע צוגערישטע ביהמ"ד, פיל מיט ספרים, אויף אזא אויפן אז די ווענט פונעם ביהמ"ד ברענגט אריין א חשק צו לערנען. א עס זאל מיט געשמאקע מאלצייטן דריי מאל א טאג, צו עסן צו די זעט. אלעס אויפן שענסטן פארנעם, די פלאץ וואס ווערט טעגליך גערייניגט, שטארקט מענטעינט, אלעס אז יעדער בחור וואס געפינט זיך דא, זאל פילן ווי ער איז ווערד, מען שעצט אים, דאס פלאץ איז אהערגעשטעלט פאר אים פאר זיין הצלחה, און אז עס איז דא א נארמאלע פלאץ, מיט אן ערליכע סביבה, ווי ער קען שפירן אז ער באלאנגט דארט.
די ישיבה איז אפן אינדערוואכן און שבת צוגלייך, די שבתים ווערן אפגעראכטן מיט א פראכט, צו די הנאה פון אלע בחורים וואס זענען דא.
די ישיבה ווערט געפירט דורכ'ן ראש ישיבה הגה"צ אב"ד טאלמיטש שליט"א, וועלכע לייגט אריין כוחות עצומות, אז די פלאץ זאל ווערן געפירט אויפן העכסטן סטאנדארט, די בחורים זאלן ארויסנעמען די מאקסימום פון דעם פלאץ, און צוזאמען מיט די געטרייע סטעף מגידי שיעור ומשפיעים, מאכט ער זיכער אז עס זאל הערשן א געשמאקע לופט, און א רוחניות'דיגע גייסט אינעם ישיבה, און כסדר מאכט ער זיכער אז יעדע בחור האט אלעס וואס ער דארף, און יעדער זאל זיך שפירן די פלאץ דא.
די ישיבה איז א יחיד במינו, ווי עס הערשט די פערפעקטע באלאנס, די בחורים געפינען זיך נישט אונטער נאכאנאנדע דרוק און פרעשור, נאר די לופט אין ישיבה ברענגט אריין די רצון אין יעדעם זיך צוצושטעלן צו אלע סדרי הישיבה.
די הנהלה גשמי לייגט אריין געוואלדיגע כוחות צו קענען אנהאלטן דאס פלאץ, טאקע נישט שפענדן אויף קיין אומנויטיגע אויסגאבן, אבער פון די אנדערע זייט זיכער מאכן אז דאס נעמט נישט אוועק פון די הויעכע ניווא און קוואַליטעט מיט וואס דאס פלאץ איז אהערגעשטעלט, און די בחורים זאלן האבן 'אלעס' וואס זיי דארפן, צו קענען זיצן און לערנען אומגעשטערט.
דעריבער קומען מיר ארויס מיט אן איינמאליגע רוף צו אייך; רופט אייך אן ווארעם, העלפט אונז ארויס צו דעקן דעם לאך וואס פארבלייבט אינעם בודזשעט, און נעמט א חלק אין די געוואלדיגע הערליכע מקום תורה, און האט א זכות אין די אלע הייליגע פעולות.
תזכו למצוות
Donner