Mesivte Lekach Tov
- {{teams.current.teamName}}
$
{{secondaryProgressCount()}} {{campaign.secondaryProgressName}}
Raised Of
{{campaign.isBonus?campaign.bonus:campaign.goal|currency}}
Goal
Original Goal {{campaign.goal|currency}}
{{percentRaisedTotal() }}%
{{region.regionName}}
{{region.regionRaised|currencyRate(region.regionGoalCurrency)}} 
Goal:
{{region.regionGoal|currency(region.regionGoalCurrency)}}
{{region.regionContact}}
  • {{stage.description}} {{stage.description2}}

לאמיר זיי העלפן און געבן דעם "כח להמשיך" צו אנגיין מיט די עבודת הקודש More ...

{{teams.current.teamName}}
{{teams.current.assignment}}
{{teams.current.teamNotes}}
{{teams.current.totalRaisedQty}}
Donors
{{teams.current.totalRaised|currencyRate(teams.current.teamCurrency)}}
{{teams.current.totalRaised|currency}}
Raised Of
{{teams.current.teamGoal|currency(teams.current.teamCurrency)}}
{{teams.current.totalRaisedSecondary}}
Raised Of
{{teams.current.teamGoalSecondary}}
{{donor.initials}}
{{donor.donorName||'Anonymous'}}
{{donor.donationValue|currency}}
{{donor.secondaryValue}}

Donation amount: {{donor.trnAmount|currency}}

{{donor.timeAgo}} with  {{donor.teamName}} 

{{donor.message}} 

{{donor.reply}} 
{{regions.current.regionName}}
{{regions.current.teamsCount}}
Teams
{{regions.current.regionRaised|currencyRate(regions.current.regionGoalCurrency)}}
{{communities.current.communityName}}
{{communities.current.teamsCount}}
Teams
{{communities.current.totalRaised|currencyRate(communities.current.communityGoalCurrency)}}
{{communities.current.totalRaisedSecondary}}
Raised Of
{{communities.current.teamGoalSecondary}}
{{team.teamName}}
{{team.communityName}} 
{{team.assignment}}
{{team.teamNotes}} 
Read More
{{team.totalRaisedQty}}
Donors
{{team.totalRaised|currencyRate(team.teamCurrency)}}
{{team.totalRaised|currency}}
Raised Of
{{team.teamGoal|currency(team.teamCurrency)}}
{{team.totalRaisedSecondary}}
Raised Of
{{team.teamGoalSecondary}}
Team Page
{{community.communityName}}
{{community.teamsCount}}
Teams
{{community.totalRaised|currencyRate(community.communityGoalCurrency)}}
Raised Of
{{community.communityGoal|currency(community.communityGoalCurrency)}}
{{community.totalRaisedQty}} Donations
{{community.totalRaisedSecondary}}
Raised Of
{{community.communityGoalSecondary}}

{{matcher.matcherNotes}}

בס"ד

 

כי לקח טוב נתתי לכם

ווי באקאנט איז די פאקט אין די לעצטערע יארן אז א חסידישער בחור העכער די אכצן ניינצן יאר האט שוין נישט קיין מקום אינעם פלאץ וואו ער איז אויפגעוואקסן, און די מציאות איז אז בלית ברירה פארט די מערהייט פון די בחורים קיין ארץ ישראל, וואו ס'איז ענדערש פארהאן וואו זיך צו טרעפן דאס פלאץ און נישט שפירן אויסגעוואקסן און טראכטן בוקר וערב ווען רופט מען שוין אהיים וועגן א שידוך.

עם כל זה שטעלט זיך ארויס אז אויב איז נישטא א פלאץ וואו א בחור זאל זיך שפירן אז דער פלאץ איז זיינס, און אז ער איז נישט בלויז נאך א נאמבער אויף די ליסט, פעלט זיך אויס אוועקצושטעלן קלענערע סארט חבורות, וואו מ'זאל טאקע האבן די מעגליכקייט זיך צו אינטערסירן אין יעדן בחור, אז ער זאל זיך שפירן באקוועם און געשמאק און אז ער זאל אויסשטייגן דאס מאקסימום וואס איז נאר שייך.

דער רבש"ע האט געהאלפן און דער מעסעדזש האט דערגרייכט די ריכטיגע אויערן, און עס האבן זיך צוזאמגענומען צוויי חשובע אינגעלייט הרה"ג ר' זלמן לייב גאלד שליט"א וועלכער דינט אלץ דער ראש הישיבה ומשנהו בדומה לו הרה"ג ר' יואל שטערן שליט"א וועלכער דינט אלץ מנהל הישיבה, און האבן באשלאסן אריינצושפרינגען מיט א ריזן אונטערנעמונג אויפצושטעלן א מקום תורה פאר א חסיד'ישען בחור אין ארץ ישראל מיט'ן איינעם ציהל ווייטער צו קענען לערנען און האראווען אהן קיין שינוי כל שהוא פון די פריערדיגע יארן.

ב"ה אז זינט זיי האבן געגרינדעט דעם מקום תורה אשר בשמו יקרא "מתיבתא לקח טוב" איז געווארן א מהפכה אינעם עולם הישיבות אין א"י, סיי מיט דעם אז ס'האבן זיך געפענט נאך חבורות בבחי' קנאת ספרים תרבה חכמה, און סיי מיט דעם אז די ישיבות האבן אנגעהויבן איינזעהן אז א טויש איז דרינגענד וויכטיג, און געוויסע ישיבות האבן טאקע אייגעפירט געוויסע שינויים צו לינדערן אביסעל די פראבלעם.

די צוויי אויבנדערמאנטע העלדן האבן זיך אריינגעווארפן אין די עבודת הקודש בלב ונפש, און נישט געמאכט קיין חשבונות פון געלטער וואס דאס וועט אפקאסטן, און באשלאסן אז מען מוז עפעס טוהען צו געבן פאר א חסידישען בחור וואס איז שוין בא בשנים א פלאץ ווייטער צו קענען זיצן אין לערנען ביז זיין זמן וועט אנקומען און טרעפן זיין באשערטע בשעה טובה.

טעמו וראו כי טוב

כי לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו פשוטו כמשמעו, כהיום איז מתיבתא לקח טוב דער פלאץ בה"א הידועה פאר א בחור אין א"י צו לערנען און הארעווען בבקיאות ובעמקות אויפן אויסגעטרעטענעם וועג פון רבותינו זי"ע.

מתיבתא לקח טוב איז א מקום וואס גייט אן פיר און צוואנציג שעה א טאג זיבן טעג א וואך, עס קומען פאר דריי תפלות א טאג בהתלהבות און א ברען, דער קול תורה הילכט אפ במשכ'ן גאנצן טאג וואו מ'לערנט דורך שווערע מקצועות התורה, נאר אינעם פארלאפענעם ווינטער זמן תשפ"א האט מען ב"ה דורכגעאקערט טיפע סוגיות הש"ס און שווערע חלקי הלכה א שטייגער ווי הל' ריבית מקוואות וכו', ווי אויך ווערן אראגערופן מזמן לזמן גדולי תורה מורי הוראה אוועקצושטעלן הלכות וואס זענען מצוי בזמנינו, ווי אויך ווערן פאררופן דרשות התעוררות בעניני הזמנים פון צייט צו צייט.

אין א תקופה ווען אין אסאך פלעצער הערשט א שטיקל התרשלות אין די נאכט סדרים, איז אין לקח טוב ב"ה דא א געפאקט בית מדרש מיט עטליכע שיעורים ווי א בחור קען זיך אויסקלויבן אין וועלכע מקצוע צו זיין אנגעשלאסן, יעדן וואך אום ליל שישי ווערט דורכגעלערנט די פרשת השבוע מיט די מפרשים בעיון רב מתובל בדברי מוסר וחסידות דורכן ראש הישיבה שליט"א, אין א תקופה ווען אין אסאך פלעצער איז פרייטאג א ליידיגע טאג, זיצן בחורים אין לקח טוב אינעם קורצן פרייטאג אין א סדר לימוד וואו איינער איז מעביר סדרה, און איינער לערנט ספרי חסידות, און איינער איז משלים זיינע שיעורים פון די וואך, א.א.וו.

דורכאויס די גאנצע וואך 365 טעג א יאר ווערט צושטעלט פאר די בחורים קאווע מיט מילך און צובייס א גאנצן טאג אויפן היימישן שטייגער ווי די בחורים זענען צוגעוואוינט פונדערהיים. לקח טוב שטעלט צו מאכלים ומשקאות במשכ'ן טאג אז א בחור זאל האבן די קאפ צו קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.

די שבתים אין לקח טוב איז א שם דבר אין די גאנצע געגנט, פרייטאג צונאכט און שבת צופריה זיצן בחורים שוין א שטיק צייט פארן דאווענען און גרייטן זיך צום דאווענען מיט ספרי קודש, די תפלות שב"ק קומען פאר מיט התלהבות ומתינות, יעדן פרייטאג צונאכטס קומט פאר א שבת אחים בשירות ותשבחות, של"ש ווערט געפראוועט יעדע וואך מיט התרוממות ווי פארצייטישע חסידישע אידן האבן געפראוועט, אום מוצש"ק ווערט אפגעראכטן א חסידישע מלוה מלכה אויף א גרויסן פארנעם וואו ער ווערן פארציילט סיפורי צדיקים פון די צדיקים הקודמים זי"ע.

לקח טוב שטעלט אויך צו פאר יעדן בחור סעודות שבת קודש, ווי ס'באדארף צו זיין, אזוי אז בחורים לעבן ווייטער מיט א שבת ווי עס דארף צו זיין כאטש ער געפינט זיך נישט אינדערהיים. א שבת התאחדות אפגעראכטן דורך לקח טוב איינמאל אין א זמן איז א חידוש יחיד במינו, וואו דער שבת ווערט געפראוועט מיט א קאך און א ברען אויף א גאר געהויבענעם שטייגער.

למען בית ה' אלוקינו אבקשה

דער פאקט איז אז מתיבתא לקח טוב איז דער לייכט טורעם און וועג ווייזער פאר אנדערע אז מהם ילמדו וכן יעשו. אבער אם אין קמח אין תורה, און די ישיבה שטייט יעצט מיט א דעפיציט פון קרוב צו 200,000 $ חובות, און די הנהלת הישיבה ברעכט אונטער ח"ו, און קען נישט ווייטער שלעפן דעם שווערן לאסט, אויב חלילה לקח טוב זאל נישט קענען ווייטער אנגיין מיינט עס נישט נאר לקח טוב נאר ס'באדייט יעדן בחור וואס איז העכער ניינצען, מיטן העלפן לקח טוב העלפט איר בויען די צוקונפטיגע דורות פון כלל ישראל, ווען איר שטיצט לקח טוב שטיצט איר תורה ויראת שמים און איר העלפט בויען דעם עתיד פון דעם פאסיגן מקום פאר א חסידישען בחור וואס פארט לערנען קיין א"י.

ובזכות אייער ווארעמהארציגע נדבה וועט איר זיכער זוכה צו זעהן תענוג ונחת ביי די אייגענע קינדער, און שפע ברכה והצלחה עד בלי די, אמן.

לאמיר זיי העלפן און געבן דעם "כח להמשיך" צו אנגיין מיט די עבודת הקודש