מקור חיים – מיט א קנאפע צוויי יאר צוריק איז מקור חיים טאקע נאך געווען אין די שטאפל פון אמבציעזע פלענער און חלומות, געזאלצן מיט פעסימיסטישע באמערקונגען פון ארום וואס האבן אריינגעברעקלט צווייפלענישן אין די וויזיאנערן פון מקור חיים, איבער די רעאליסטישע פאטענציאל וואס אזא ישיבה קען בכלל אנקומען. אבער שטייענדיג היינט – טיף אריין אינעם ווינטער זמן תשפ"ה - זענען ווערטער איבריג. סיי ווער, וואס האט נאר מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען ארום מקור חיים ,פון איר סאמע אנהויב זמן קיץ תשפ"ג, מיט א הייפעלע פון דריי צענדליג בחורים, ביזן היינטיגער טאג ווען זי שטייט ביי א בריליאנטע שטאפל פון אומגלויבליכע הצלחה, ווען אריבער הונדרעט (!) בחורים פילן אהן אירע ווענט שטייט מיט אן אפענע מויל נישט קענענדיג גלייבן וואס דא איז ארויסגעוואקסן.
עס איז נישט קיין סוד דער ווייטגרייכנעדע אפעקט וואס מקור חיים האט געברענגט צום טיש ווען עס קומט צו אדרעסירן דאס שיקן בחורים לערנען אין ארץ ישראל. די איינציגע וויזיע וואס הרה"ח רבי אליהו שטיין שליט"א האט געהאלטן פאר די אויגן איז געווען צו אהערשטעלן א מקום וואס זאל קעגנקומען דעם בחור מיט אלע באדערפענישן וואס מען דארף צוקומען זייענדיג אינדערווייטנס, ווייט אוועק פון די עלטערן. צו זאל עס זיין די אויסגערופענע צוות הישיבה וועלכע זענען איינס ביי איינס כלים מפוארים וואס געבן זיך אוועק פאר יעדן יחיד ויחיד מיט אויסטערלישע איבערגעגעבנקייט. צו זאל עס זיין די טעגליכע מאלצייטן וואס ווערן צוגעשטעלט טאג איין טאג אויס, וואס רעכנט אריין פרישטאג לאנטש און נאכטמאל. און אזוי ווייטער יעדע פרט זענען די חשוב'ע איינגעשטעלטע דא צו מסדר זיין מיט נאטורליכע אהבה.
אלזא, שטייענדיג ביי פונקט ווען די שווערע לחץ הכספי האט געצווינגען די הנהלת הישיבה ארויסצוגיין פון איר באשיידענעם ווינקל אויסצושטרעקן א האנט צו אונזערע ידידים ומעריצים בכל רחבי תבל זאלן נעמען א חלק אין די פינאנציעלע לאגע פון ישיבת מקור חיים, איז נישט מער ווי פאסיג מיר זאלן כאפן א שפאציר צווישן די כותלי הישיבה און זיך איבערצייגן מיט די אייגענע אויגן איבער די שטוינענדע פענאמען גערופן – מקור חיים, און איר דעטאלירטע סדר היום:
סדר בוקר לפני התפילה
דער זון האט קוים געוואשן נעגל וואסער, און שווער עספיעט צו שיקן אירע ערשטע שטראלן אויף ירושלים, די גאסן זענען היבש ליידיג און פארשלאפן, אבער אינעם רחבות'דיגן היכל הישיבה ערגעצוואו צווישן די בא'חנ'טע געסאלאך אין ירושלים של מעלה זיצן שוין די זריזים מקדימים און הארעווען אריין אין לערנען צו דער זייט פון א דערפרישנדע קאווע.
נישט גרינג איז פאר זיי געווען זיך ארויסצורייסן פון בעט אין אזא פריע שטונדע, אבער זייער דראנג צו נאך א שורה גמרא צווישן די ווענט פון ישיבה איז פאר זיי גענוג אוועקצובלאזן דעם יצר וואס בעהט פאר נאך שלאף.
תפילת שחרית בהיכל ישיבתינו הק'
אויב קומט מען אריין אין היכל ישיבתינו הק' מיטצוהאלטן א שחרית ברוב עם ווערט מען געוואר אז צו זאגן "א פלאמעדיגע שחרית", איז ממש נישט קיין לויזע סלאגאן, נאר איז איידער א פשוט'ע אילוסטראציע אויף די ווארעמע דאווענען וואס ווערט אפגעראכטן אין ישיבה, אין שפיץ פונעם געטרייען ראש הישיבה הרה"ג רבי עזרא פריעדמאן שליט"א, וואו די ערנסקייט שרייט זיך ארויס פון צווישן די הארציגע תפילות וואס די טייערע בחורים רעכטן אפ. יא, ס'קומט זיך מיט גלאטע יושר פאר מקור חיים דעם פלאמעדיגן טיטל נאכן מיטזעהן אזא התלהבות'דיגע דאווענען.
ארוחת בוקר
נאכן דאווענען טרעפן די חשוב'ע בחורים אינעם עס-צימער א ברייטע פרישטאג, וואו עס ווערט סערווירט פון פרישע אייער שפייז ביז געשניטענע ירקות, פון א דיקן אויסוואל פון קעז, פוטער, יאגורט, און שאקאלאד מילך. אפגערעדט פון די שטויס פון כלים וואס שטייען גערנהארציג גרייט אז מען זאל אנווארעמען, אויפקאכן, אדער פרעגלען יעדעמס פערזענליכע אפעטיט.
דאס איז ווירקליך א חידוש, די אויטאמאטישע רושם וואס מ'באקומט פון דעם ברייטן פרישטאג איז אז רבי אליהו שטיין שטייט ערליך ביי זיין וויזיע, נעמליך, א בחור זאל נישט האבן אויפן קאפ די דאגות פון "וואו וועל איך עסן? וואו זאל איך יעצט אראפווישן נאך פופציג שקל פאר א סעודה?", זעהנדיג די אויסוואל וואס ער שטעלט צו טאג טעגליך צו יעדן מאלצייט לאזט איבער יעדן שאטן פון עסן דאגות אינדרויסן פון ישיבה.
שיעור מוסר בספה"ק מסילת ישרים ע"י ראש הישיבה הרה"ג רבי עזרא פריעדמאן שליט"א
נאך א זעטיגן פרישטאג זעצן זיך די בחורים ארום רבי עזרא שליט"א, וואס מאכט אויף דעם מסילת ישרים און הויבט אהן זיין טעגליכן מוסר שמועס. רבי עזרא איז ווי א מעיין המתגבר, עס גיסן זיך פון אים פערל רייד און לאזן איבער לאנגטערמיניגע השפעה אויף די בחורים וואס זיצן צוגעשמידט צו יעדן ווארט רבי עזרא לאזט ארויס פון מויל.
ס'איז א ווארעמהארציגע סצענע מיטצוהאלטן דעם שיעור, עס הערשט עפעס א מין היימליכע אטמאספער אינעם געגנווארט, די בחורים פילן זיך פריי און באקוועם אריינצופרעגן זייערע הערות און מחשות, ווען אפטמאל וועט זיך די שיעור פארמירן צו א קאכעדיגן השקפה שמועס, ווען די גאנצע חבורה וועט זיין גענצליך אריינגעטאן אין א השגה פונעם מסילת ישרים צו א חידוש פונעם מכתב מאליהו וואס איינער פון די תלמידים וועט צוצייגן, אלס א ראיה צו תמיה אויף די השגות אין מוסר והתעוררות וואס ווערן צעשטיקלט מיט זעלטענע חן.
סדר עיון
סדר עיון אין ישיבה פאדערט בעצם א פיזישע באזוך אינעם היכל צו קענען ארויסהאבן וואס קאכט זיך אפ, אין די יונגע טאג שעה'ן. ס'איז זייער שווער צו אילוסטרירן וויאזוי עסק וקט אויס א דורכשניטליכע סדר עיון אין ישיבה. ווי נאר די ראש הישיבה וועט פארטיגן מיט די מוסר שמועס, וועלן שוין זיצן די סמעטענע יונגערלייט וואס דינען אלס שואלים ומשיבים אין די סוגיות וואס ווערן מלובן אין די סדרי הלימוד, א שטייגער ווי הרה"ג רבי יונה צבי שטערן שליט"א וואס פקיע שמיה אלס אן אויסגעהארעוועטע תלמיד חכם, וואס צו זיין אויסטערלישע בקיאות האט ער צו דעם א וואונדערליכע קשר מיט די בחורים, ווען בחורים טרעפן אן עקסטער פלאץ ביי רבי יונה אין הארצן.
דאס הארץ צעגיסט זיך פון הנאה צוזעהנדיג ווי רבי יונה איז ארומגענומען מיט א חברותא צוויי, און עס גייט א פייער.. דער בחור וויל ארויסהאבן די קנייטש פונעם ריטב"א, ווען רבי יונה קומט אריין מיט זיין שארפן קלארקייט און הויבט אהן צו בויען א שטיקל הבנה אין די הייליגע ווערטער פונעם ריטב"א. ס'נעמט נישט קיין מינוט ביז דער שמועס ווערט פארוואנדלט אין א פייערדיגע ארגומענט איבער לומדישע סברות און יסודות. מ'דארף נישט זיין קיין מומחה צו זעהן די מתיקות התורה וואס שווימט ארום אין די לופט, דאס ביהמ"ד קאכט ווי א קעסל פון התמדת התורה.
דאס זענען אלעס רינגס ארום דעם קלימאקס ווען מרן ראש הישיבה הגאון רבי אברהם גריינימן שליט"א שפאצירט אריין אין ביהמ"ד, און מיט א נאטורליכע יראת הכבוד שטעלט מען זיך אויף פארן אייגנטליכן דמות רוחני פון ישיבה. עטליכע מאל א וואך וועט מרן הראש הישיבה איבערגעבן א שיעור אין די סוגיא, און דארטן ווערט מען יעדעס מאל פון פריש געוואר די טיפזיניגע גאונות פונעם ראש הישיבה, ווען דער ראש הישיבה איז מנתח די הוויות דאביי ורבא מיט זיין איגגנארטיגן קנייטש.
ארוחת צהריים
האלטנדיג נאך זאפטיגן סדר עיון, ווערן די בחורים סערווירט מיט א נארהאפטיגע מיטאג, דורכן באליבטן קעכער הרב יחיאל שאפער. א פרעמדער וואס וועט אריינשפאצירן וועט זי אים דאכטן אז רבי יחיאל איז גאר דער ראש ישיבה.. א מין היכי תמצא פון א קעכער וואס איז א דורכגעווייקטער חסידישער איד, וואס חוץ פון זיין קאכן די מאלצייטן טוט ער אויפקאכן די נשמות מיט זיין ווארעמקייט און ליבליכקייט. זיינע גוטע ווערטער ברענגען אריין א צוגעלאזנקייט וואס איז שווער צו מסביר זיין.
סדר בקיאות
אויב איז סדר עיון א דריי שעה'דיגע שטיק תורה, דאן דארף זעהן וויאזוי עס קוקט אויס די נאכמיטאג סדר אין ישיבה, ס'איז צום שטוינען ווען מ'קוקט זיך ארום אויפן היכל. די סדר ווערט געפירט ביי די חשוב'ע רמ"י הישיבה הגה"ח רבי שמעון פיליפ שליט"א, הגה"ח רבי ישראל שטורך שליט"א און הרב חיים אהרן גאלדמאן שליט"א. די מחזה געבט א וויברירנדע קיצל אינעם נפש הבהמיות ווען מ'באמערקט ווי די בחורים געפינען זייער מקום שליבו חפץ צו ביי רבי שמעון'ס ברען, צו ביי רבי ישראל'ס שארפקייט אינעם שבעים פנים לתורה אויסוואל..
די צהלת פנים וואס נעמט ארום רבי ישראל איז זייער אנשטעקיג... ער שפאצירט ארום דעם היכל קאכנדיג אין לערנען, פרובירנדיג צו באפרידיגן די הארבע שאלות וואס בחורים לייגן אים פאר, עס קען זיך אמאל דאכטן אז ס'לוינט זיך פשוט אויפצוזוכן א שוועריקייט אין די סוגיא, אבי מ'זאל קענען נהנה זיין פון רבי ישראל'ס אור וואס שיינט מיט פוילישע דורכדרינגליכקייט. בגוף איז רבי ישראל טאקע ביי סדר בקיאות, אבער א בחור וועט בכלל נישט ווערן איבערראשט ווען זיין טעלעפאון וועט זיך אים צוקלינגען אין די שפעטערע נאכט שעה'ן און רבי שמעון וועט אים פארשלאגן א חברותא... פארפאלן, ראשו ורובו איז ער פארנומען מיט יעדעמס הצלחה.
אוי רבי שמעון רבי שמעון, וואויל איז אונז. דארטן ביים צפונית מערבית ווינקל אין היכל זיצט ער דארטן ארומגענומען מיט זיין קרעמל, וואו ער לערנט פאר א סעמי שיעור פאר די קבוצה בחורים וואס שווערן זיך אין רבי שמעון'ס געגאסענע ליבליכקייט. זיין פאטריארכאלישע צורה פאר זיך, צינדט שוין אהן די חסידישע חושים אויף מאקסימום, ווען צווישן תוספות און און רא"ש גליטשט ער ארויס זיין ברייטן בקיאות אין ספרי חסידות, ווען ער זאגט נאך מיט אייפער א קאברינער אויפטוה, צו א מעזריטשער יסוד. רבי שמעון איז אן אומאפטיילבארער איקאן פון מקור חיים.
הרב חיים אהרן איז אן עקסטער קאפיטל פאר זיך, יעדעס בחור ווייסט אויב ער דארף זיך מסדר זיין מיט א חברותא איז רבי חיים אהרן די ערשטע און לעצטע אדרעס, רבי חיים אהרן וועט נישט רוען ביז ער וועט צופרידנשטעלן יעדן איינציגסטן בחור מיט זיין בעסטן צושטעל, זיין צוגעלאזענער בא'חנ'טער כאראקטער צו די בחורים ברענגט אים נאטורליך צו זיין דער באקוועמער פלאץ וואו יעדער בחור פילט זיך אינדערהיים, צו אין א שוועריקייט אין די סוגיא, צו די טעכנישע פרטים איבער די מאוחדת אינשורענס וויאזוי זיך אן עצה צו געבן.
ארוחת ערב
נאך ווען די בחורים זיצן אריינגעטון אין די גמרא ביי נאכמיטאג סדר, שטייט שוין רבי יחיאל אין קאך און גרייט אהן די קרעפטיגע נאכטמאל פאר די אויסגעהארעוועטע תלמידים. רבי יחיאל טרעפט צו צו די אפעטיט פון די בחורים אהערשטעלנדיג נארהאפטיגע עסן, און זיינע געקעכצן ווייזן זיך אויף ווען נאך א קורצע צייט זענען שוין נישטא קיין פארבליבענע פארציעס, דען, די בחורים לעקן אויס זיינע סעודות.
סדר ערב
נאכט סדר מאכט עס אויסקוקן ווי כאילו מ'האלט נישט יעצט נאך א פולן טאג פון תורה ועבודה, די רייע צוות וואס זענען ספעציעל דעזעגנירט פאר סדר ערב זענען יחידם במינם, אנגעהויבן ביי הגה"ח רבי יעקב בלויא שליט"א, וואס פירט אהן מיט די סדר הלכה, און ווי אויך הרה"ג רבי אשר יונה שטיינמעץ שליט"א, וואס איז געשטעלט אויף די סדר גמרא.
רבי יענק'ל – וואו ער ווערט גערופן בלשון חיבה -האט זיך קונה געווען א שם דבר מיט זיין פוטערדיגע צוגעלאזנקייט, און אמת'ע פאראינטרעסירונג אין יעדן בחור, זיין שטענדיגע שמייכל לאזט איבער די בחורים באאיינדרוקט פון זיין דמות וואס באלייכט די ישיבה ווענט.
רבי אשר יונה, ער איז קוים אריינגעקומען דעם זמן, אבער זיין נאטורליכע איידלקייט האט נישט געקענט צוריקהאלטן פונעם עולם אויסצוגעפינען וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם וואוילן יונגערמאן, ער געבט צו אן עקסטערע חן צום גרעסערן בילד פון מקור חיים צולייגנדיג זיין אייגנארטיגקייט.
שבתים בין כותלי הישיבה
וואך וועכנטליך ווערט אפגעראכטן די שבתים צווישן די ישיבה ווענט מיט א באזונדערע טעם, אנגעהויבן פון די ווארעמע קבלת שבת, ווען די בחורים זענען מקבל דעם שבת מלכתא צו די פאר'כישופ'טן ריח פון די מאכלי שבת וואס פארשפרייטן א העכערן אטמאספער. די סעודות שבת ווערן אפגעראכטן בשבת אחים, ווען יעדע ואך וועט א צווייטער חבר הצוות קומען אנטיילנעמען אין די סעודה און לאזן הערן דברי תורה וחסידות.
דאס איז אן עקסטערע חידוש, ווען די בחורים זענען נישט באשאנקען מיט די דאגות וואו צו שאפן א סעודה פאר שבת, ווען אלע סעודות ווערן ברייט צוגעשטעלט אין ישיבה. פון צייט צו צייט וועלן די רמ''י הישיבה איינלאדענען די בחורים פאר סעודות ביי זיך אינדערהיים, דאס טראגט א באדייטענדע חשיבות ביי די בחורים, ווען זיי קענען פראווענען די לעכטיגע סעודות מיט זייערע מגידי שיעור.
די קלימאקס פון די שבתים, איז אומוצוויידייטיג די יערליכע שבת התוועדות וואס ווערט אפגעראכטן מיטן באטיילוגונג פון די ראשי ישיבות און די רמ''י הישיבה, וואו עס הערשט א מורא'דיגע אחדות צווישן די בחורים זייענדיג מחוץ לעיר אין איינע פון די ספעציעלע פלעצער וואס מ'דינגט ארויס.
יעדעס מאל די ישיבה פארט ארויס אויף אזא שבת, וועט מיטקומען א בארימטע משפיע וואס וועט אנווארימען די בחורים אין דעם שבת נועם הנשמות מיט פערל ווערטער און הארציגע דיבורים, א שטייגער ווי הגה"ח מלהיב לבבות ישראל רבי שמעלקא ברעכער שליט"א, הגה"ח המשפיע רבי שמעון שפיצער שליט"א, וואס לאזן איבער לאנגטערמיניגע פינגער אפדרוקן פון יראת שמים און חסידות.
די נאך ברכה אויף אזא שבת הערט מען א לאנגע צייט נאכן שבת ווען די בחורים קומען צוריק אנגעזעטיגט פון די דערהויבענע טעג, די בחורים האבן א געלעגענהייט צו אויסציען די ביינער, און געניסן פון מנוחת הנפש וואס לאזט איבער א ווייטע נאך טעם פון דערהויבנקייט און הנאה אויף לאנגע וואכן.
חופש הקיץ
ווי איינגעפירט, ווען עס קומט די בריעדיגע זומער היצן נעמט מען ארויס די בחורים אויף 'חופש' ווי מ'דינגט אפ א גרויסע רעזארט וואו די בחורים געניסן פון טאטאלע מנוחת הנפש, זייענדיג אינעם שויס פון נאטור צווישן די אטעם פארכאפנדע פאנאראמעס, וואס געבט א געלעגענהייט זיך אויסצוטשוכען אביסל, און קענען שעפן פרישע כוחות און ענערגיע. ביי די בחורים איז די יערליכע קעמפ א חלום וואס ליגט זיי אין די ביינער פונעם געוועזענעם קעמפ ביזן קומענדיגן קעמפ, רבי אליהו שליט"א לייגט אריין איבערמידליכע כוחות און ארבעט כדי די בחורים זאלן האבן די מאקסימאלע הנאה על טהרת הקודש, און זיין ארבעט דערקענט זיך אויף די פרייליכע געזיכטער וואס זעהט זיך אהן אויף די בחורים
Donner